איד צווישן צוויי געשטאכענע ה"י אין ווילדע אטאקע אין מאנהעטן
ניו יארק – א שרעקליכע שטעכעריי אטאקע האט פאסירט תשעה באב נאכמיטאג, ווען א פארשוין האט געשטאכן און פארוואונדעט צוויי מענטשן אין דער אפער וועסט סייד געגנט אין מאנהעטן, אריינגערעכנט א לאקאלער אידישער איינוואוינער.
דער אטאקירער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 51 יעריגער ראאול מאראלעס, וועלכער איז איבערגעפאלן אן אזיאנער מאן נעבן צענטראל פארק, און מינוטן שפעטער איז ער איבערגעפאלן א 50 יעריגער איד וועלכער איז געווען אויפן וועג אהיים פון שוהל.
לויט ווי עדות און די געשטאכענע אליינס האבן דערציילט, האט מאראלעס געשריגן "אללא אכבאר" בשעת'ן זיי שטעכן מיט א שרויפנציער, וואס האט באלד געברענגט פארדאכטן איבער אן איסלאמיש-מאטיווירטע טעראר אטאקע, אבער ס'איז נאכנישט קלאר.
ביידע פארוואונדעטע זענען אפגעפירט געווארן צו א מאונט-סיני שפיטאל אין א שווערן צושטאנד, אבער דאקטוירים ערווארטן א פולע ערהוילונג. מען האט געהערט פארדאמונגען פון סיטי פאליציי קאמישאנער פרוי טיש, פון מעיאר מאמדאני און פון גאווערנאר האקול. | אוקראינע וועט עקספארטירן מיליטערישע דראונס קיעוו – אוקריינע איז איינגעגאנגען אויף אן אפמאך צו עקספארטירן דראונס צו די פאראייניגטע שטאטן, אלס טייל פונעם פענטאגאן'ס "דראון דאמינענץ פראגראם". זעקס אוקראינישע קאמפאניס זענען באשטעטיגט געווארן צו עקספארטירן בערך הונדערט דאמעסטיש-פראדוצירטע דראונס
יעדער איינער. דער אפמאך קומט נאכדעם וואס מען האט געזען א וואקסנדע אינטערנאציאנאלע פארלאנג פאר אוקראינע'ס קאמפס-אויסגעפרואווטע דראון טעכנאלאגיע אנטוויקלט אין די מלחמה קעגן רוסלאנד. | פלאן צו אנטוואפענען חיזבאללה אונטער דעבאטע אין ווייסן הויז וואשינגטאן: דער לבנון'ער פרעזידענט עון האט ביי א באזוך אין ווייסן הויז ערקלערט אז זיין ענדגילטיגער ציל איז צו ברענגען א סוף צו די פיינטשאפט מיט מדינת ישראל. אין די זעלבע צייט באהאנדלען די פאראייניגטע שטאטן, מדינת ישראל און לבנון פארשידענע סטראטעגיעס
וויאזוי אנטוואפענען די חיזבאללה טעראר-ארגאניזאציע. לויט באריכטן אין די 'וואל סטריט דזשורנאל', איז איינע פון די אפציעס אז אמעריקע זאל גרונטליך טרענירן און אויסשטאטן ספעציעלע איינהייטן פון די לבנון'ער ארמיי, וועלכע וועלן מיט דער צייט איבערנעמען
די קאנטראל אין דרום לבנון פון די ישראלישע טרופן און ארויסנעמען די וואפנס פון חיזבאללה. אנדערע פארשלאגן רעכענען אריין ארויפצוזעצן דרוק אויף סיריע אפצוהאקן די שמוגל-וועגן פון וואפן, אדער אז מדינת ישראל זאל ווייטער אנהאלטן אירע מיליטערישע אפעראציעס. | איראן ווארנט בולגאריע קעגן העלפן אמעריקע טעהעראן: דער ווארטזאגער פארן איראנער אויסערן מיניסטעריום האט ארויסגעגעבן א שארפע אזהרה פאר בולגאריע, פאדערנדיג זי זאל זיין פארזיכטיג און נישט ערלויבן פאר די פאראייניגטע שטאטן צו ניצן איר טעריטאריע פאר אטאקעס קעגן איראן. | בית החיים אין אוקראינישע שטאט רעני אפגעשפארט קיעוו – געזעצגעבער אין דער שטאט רעני אין אוקריינע האבן אפגעשפארט די שטאט'ס היסטארישע אידישע בית החיים, נאכ'ן דערקלערן אז עס זענען נישטא מער קיין שום פארבליבענע פלעצער פאר נייע קבורות. דער בית החיים איז מער ווי הונדערט יאר אלט און האט שוין נישט אקצעפטירט
פרישע קבורות פאר כמעט צוואנציג יאר, און באזונדער איז עס אריינגעפאלן אין א שווערן צושטאנד צוליב וואס די צאל לאקאלע אידישע איינוואוינער איז שטארק געפאלן. עס פארמאגט מציבות אויף אידיש, לשה"ק און ראמעניש. | שולד דעקלעראציע איבער מאנטשעסטער שוהל אטאקע לאנדאן – דער טעראריסט מוכאמעד אסים באשיר האט זיך מודה געווען אין צוגרייטן א טעראריסטישע אטאקע, נאכדעם וואס ער האט געדינט אלס דרייווער פאר'ן טעראריסט דזשיהאד על שאמי וועלכער האט דורכגעפירט די שוידערליכע אטאקע ביי א מאנטשעסטער שוהל אין יום הקדוש אנהייב
יאר. פראקורארן זאגן אז באשיר איז א פארפליכטעטער דזשיהאדיסט אבער איז נישט געווען דירעקט פארמישט אין די שוהל אטאקע, נאר האט געדרייווט על שאמי צו באטראכטן א מיליטערישע באזע פאר אן אטאקע. | באערט געווארן מיט טאמאטעס אלס מעדאל שפּאַניע – אין די גוי'אישע וועלט איז נאָרוואָס געקומען צו אַן ענדע א גלאָבאַלע ספּאָרטס פאַרמעסט, און די שפּאַניער שפּילער האָבן געזיגט איבער אַלע אַנדערע לענדער. ווען די טשאַמפּיאָנען זענען אַהיימגעקומען צו זייער היימשטאָט לאָס פּאַלאַסיאס, האָט
זיי אָפּגעוואַרט א מערקווירדיגע מעדאַל. אַנשטאָט צו באַקומען עפּעס א גרויסע ספּעציעלע געשאַנק אָדער גלאַנציגע מעדאַל, האָט מען זיי באַערט מיט א הויפן טאַמאַטעס לויט מיט זייער קערפּערליכע וואָג. עס איז א לאָקאַלע טראַדיציע, דערציילט די מידיאַ. | האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד? שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם off...@luachhayom.com T&C Apply |
|
| |
Manchester Jewish Advertiser | |
| | |
|
|
| |
Gateshead Kehilla Advertiser | |
| | |
|
| |
North Manchester Circular | |
| | |
|
| | |
!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך | For sale (to rent for the holidays)
Toyota Prius 2007 115k miles leather seats tinted windows reverse camera recently serviced call or text £3200 07525 181 037
Brand new TomTom Superior 7 for £250 Call 07943505035
Honda Jazz for sale, manual, fully serviced, strong air-con, cruise control. Call/text 07391 869 283
Custom 29k pocket spring mattress 3.6ft, from Heiman Beds, hardly used. Please call/txt 07341479259.
:FOR SALE - Antill Road Area 2 Bedroom flat ground floor, separate kitchen / diner, Long lease £320,000, please call 07930 460114 and leave a message. | 8 seater Toyota to rent for the holidays for very cheap call / text 07882-133-777
8 Seater Hyundai i800 automatic big boot for hier 07813 777181
Large house near MH Manchester to sent from 3rd august to 12th august. 07875 303084.
5 seater car for rent, for 2 weeks. 26 Reg, Fully insured (25+), £650. Call 07923 560343.
Last minute deal Flat in Saas Fee Sleeps 2-5 - Available 27 July - 6 Aug Any offer accepted - 07985485495
Newly constructed 3-bedroom apartment available immediately for a short-term let. Dunsmore Road (Prime Location) Features: Brand-new build, private balcony, 2 WCs. Terms: DSS welcome. Discounted rate available for non-DSS tenancies. Inquiries & Viewings:
Holiday House Matchmakers Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234
To let: Furnished 1-bed basement flat, Durley Rd, DSS welcome, from Rosh Chodesh Elul. 07917677319.
| JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY | א היימישע מוסד זוכט א ווען דרייווער - גרינגע וועגען - גאר גוט באצאלט רופט 07974-936-390
ווערט געזוכט: א מלמד צו ארבעטן פארמיטאג אין כתה א' אנהייבן חודש אלול הבעל"ט. ביטע לאזט א הודעה אויף (שלוחה 1) 02036331154 מיט איירע פרטים (איירע נאמען,טלפון נומבער און ערפארונג,)
א היימישע מוסד דא אין שטאט זוכט א Secretary פאר א גאנצע טאג (8 שעה), דער פאסיגע קאנדידאט דארף קענען רעדן און דריקן יודיש און ענגליש. ער דארף האבען Basic computer skills. ער דארף קענען האנדלען מיט מלמדים, קינדער און עלטערן. פאר אינטערסירטע, ביטע רופט 07345840293 | פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
מיר באשטעלן אדער טוישן דרייווינג טעסטן אויף א פריערדיקן Date פאר £50 רופט 07479616546
Need a driver to the Alps? We'll drive you or your car safely. Call/Text 07473 204829 | שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away, און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם. | Receive our daily luach via WhatsApp | |
|
|
|