מיטל מזרח פלאקערט: כוטיס מעלדן נעווי בלאקאדע קעגן סאודי אראביע
תימן — דער מיטל מזרח קאנפליקט האט זיך צעפלאקערט מיט אן אפיציעלן פרישן פראנט, ווען די תימנ'ער איראנער-געשטיצטע כוטי טעראריסטן אין תימן האבן געמאלדן א באלדיגע נעווי בלאקאדע קעגן סאודי אראביע, סטראשענדיג שיפן וואס נוצן דעם "באב על מאנדעב" שטראז.
די סאודי-געפירטע קאאליציע קעגן די כוטיס האבן געזאגט אז זיי וועלן רעאגירן מיט שטארקע מאכט קעגן סיי וועלכן פרואוו פון די כוטיס צו אטאקירן קאמערציאלע אדער מיליטערישע שיפן אינעם שטראז, און האבן אנגעהויבן צושטעלן באשיצונג פאר שיפן וועלכע פארן אריבער
שטראז.
דאס קומט אין א צייט ווען די הארמוז וואסער וועג איז שוין אויך אפגעשפארט, און אויב וועט דער באב על מאנדעב שטראז אויך ווערן אפגעשפארט, וועט דאס באדייטן א פרישער קלאפ פאר די גלאבאלע אויל סופליי און וועט פארערגערן דעם קריזיס פון דער ענערגיע מאנגל און
הויכע פרייזן. | אמעריקע מעלדט נייע טאריפס אויף קאנאדע
אטאווא – די פאראייניגטע שטאטן האט געמאלדן א נייע פופציג פראצענטיגע טאריף אויף א צאל קאנאדישע פראדוקטן, באשולדיגנדיג קאנאדע אין דיסקרימינירן קעגן אמעריקאנער אויטאמאבילן, אלקאהאל און מילכיגס עקספארטן. די טאריפס וועלן אריינגיין אין אפעקט אוגוסט 19 און
עס דעקט פראדוקטן ווי וויינען, ספארטס מאטעריאל, צעמענט, מילכיגס פראדוקטן, שווים באסיינען און שייטלען, בשעת ענערגיע, פיש און מינעראלן זענען אויסגעשלאסן. | צפון קארעא מיניסטער געשפרעכן מיט רוסלאנד
מאסקווע – דער צפון קארעא אויסערן מיניסטער טשאו סאן האי האט דורכגעפירט סטראטעגישע געשפרעכן מיט'ן רוסישן אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו אין מאסקווע, ווידערהאלנדיג צפון קארעא'ס שטיצע פאר דער רוסישער מלחמה אין אוקראינע. טשאו האט שפעטער זיך געטראפן פערזענליך
מיט פרעזידענט וולאדימיר פוטין און האט איבערגעגעבן א מעסעדזש פונעם פירער קים יאנג אן צו פארשפרעכן נאנטערע מיליטערישע און פאליטישע באציאונגען. | טויטליכע פארפלייצונגען באטראפן אפגאניסטאן
קאבול — פלעש פארפלייצונגען האבן אומגעברענגט אמווייניגסטנס צוואנציג מענטשן און איבערגעלאזט מער ווי הונדערט פארלוירן אין דער נוריסטאן פראווינץ אין צפון-מזרח אפגאניסטאן, נאכדעם וואס שווערע רעגנס האבן זיך דורכגעריסן אינעם ראיאן. אויטאריטעטן האבן געזאגט
אז אמווייניגסטנס אכציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן און די שטאט פארון האט געליטן די ערגסטע שאדנס. די צאל טויטפעלער קען דראסטיש שטייגן, ווארענען די טאליבאנער אויטאריטעטן. | אויסטראליע שוהלן קענסלען תפילות וועגן זארג
סידני – די "רויעל קאמיסיע", געגרינדעט געווארן אויסצופארשן דעם פראבלעם פון וואקסנדיגן אנטיסעמיטיזם אין אויסטראליע אין שאטן פון דער שוידערליכער באנדיי ביעטש חנוכה אטאקע, האט געהערט א טרויעריגע עדות'שאפט פון עטליכע שוהלן אין לאנד איבער דער רעאליטעט פונעם
אנטיסעמיטיזם געפאר. א צאל שוהלן האבן געזאגט פאר דער קאמיסיע אז זיי זענען צומאל געצווינגען צו קענסלען תפילות פרייטאג צונאכטס און אין אנדערע האקעלע זמנים ווייל זיי האבן נישט קיין געלט פאר זיכערהייט וועכטער. | אפצייכענונג פון פראנצויזישע אידן מאסן ארעסט
פאריז – פראנקרייך האט אפגעצייכנט דעם 84'סטן יארטאג פון די 942' "וואל דעהייוו" מאסן ארעסטן, ווען פראנצויזישע פאליציי האבן ארעסטירט העכער דרייצן טויזנט אידן צו ווערן דעפארטירט צו נאצי טויט לאגערן. די צערעמאניע איז געקומען נאכדעם וואס וואנדאלן האבן געשעדיגט
א גרויסן פלאקאט געדענקמאל אין פאריז וועלכע באערט א פאמיליע וועלכע איז אנערקענט אלס אידן-רעטער איבער דעם וואס זיי האבן געראטעוועט א אידיש יונגל בשעת די מאסן ארעסטן. | העכער 31,000 שפּרינגער פון הימל
לאָנדאָן – "סקיי-דייווערס" וועלכע זענען טרענירט אַרויסצושפּרינגען פון ספּעציעלע עראָפּלאַנען ביי אַן עקסטרעמען הייעך אין דער לופטן און לאַנדן צוריק אויף דער ערד מיט פּאַראַשוטן, האָבן געבראָכן א רעקאָרד אינאיינעם. פיר נאַציאָנאַלע סקיידייווינג גרופּעס
האָבן אַראַנזשירט די זאַך, אָנשליסנדיג סקיידייווערס פון 43 לענדער, וועלכע האָבן אינאיינעם דורכגעפירט 31,075 שפּרינגערייען פון עראָפּלאַנען אין איין טאָג, ברעכנדיג דעם רעקאָרד פון די מערסטע "סקיידייווס" אין איין טאָג. | לגדל ולחזק - תושבי לונדון באו בהמוניהם למסיבת רעסטפשען לטובת ישיבה דחסידי בעלזא וועסטקליף שהתקיימה באולם עדן. גולת הערב היה קניית זכות פרנס היום הישיבה המיוחדת שמחמת שאין בה ההמולה של הכרך אפשר ליתן לכל בחור הפוטנציאל שלו | האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד? שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם off...@luachhayom.com T&C Apply |
|
| |
North Manchester Circular | |
| | |
|
|
| |
Manchester Jewish Advertiser | |
| | |
|
|
| |
Gateshead Kehilla Advertiser | |
| | |
| | | |
!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך | Toyota Avensis Verso-7 seater for sale, 116,000 miles, 05 plate, manual, price £975 Call 07443032376
ספר אור השם תיקוני ארי ז"ל איז דא צו באקומען אין מסורה ספרים געשפעט אדער אין אימייל
A15853...@gmail.com
For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696
KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
:FOR SALE - Antill Road Area 2 Bedroom flat ground floor, separate kitchen / diner, Long lease £320,000, please call 07930 460114 and leave a message. | Manchester Holiday let: 2 bed sleep 4+ cot in water park rd. for good price call 07909-263-383
4 bedroom apartment to rent in Osbaldeston available now for a few months only (clear exit plans required) - 07504648790
Stunning 2 bedroom sleeps 4-6 in Galtür Austria for 8 nights 02/08 -10/08 £2,300 call 07460-425-142
2 houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3 combined,
please call/ text 07311808429 email kosherbo...@gmail.com
Desks in shared Office Available in cazenove area call or text 07901939961
Newly constructed 3-bedroom apartment available immediately for a short-term let. Dunsmore Road (Prime Location) Features: Brand-new build, private balcony, 2 WCs. Terms: DSS welcome. Discounted rate available for non-DSS tenancies. Inquiries & Viewings:
Holiday House Matchmakers Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234 | JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY | א היימישע מוסד זוכט א ווען דרייווער - גרינגע וועגען - גאר גוט באצאלט רופט 07974-936-390
Kingswear: Looking for a worker afternoon hours to start immediately
Please email Jobof...@gmail.com
Or text to 07359586107
ווערט געזוכט: א מלמד צו ארבעטן פארמיטאג אין כתה א' אנהייבן חודש אלול הבעל"ט. ביטע לאזט א הודעה אויף (שלוחה 1) 02036331154 מיט איירע פרטים (איירע נאמען,טלפון נומבער און ערפארונג,)
א היימישע מוסד דא אין שטאט זוכט א Secretary פאר א גאנצע טאג (8 שעה), דער פאסיגע קאנדידאט דארף קענען רעדן און דריקן יודיש און ענגליש. ער דארף האבען Basic computer skills. ער דארף קענען האנדלען מיט מלמדים, קינדער און עלטערן. פאר אינטערסירטע, ביטע רופט 07345840293 | געזוכט צו דינגען א 4 צימערדיגע הויז פאר א 1 אדער צווי מיט א EXIT PLAN - No DSS
0784-686-5987
געזוכט א וואן דרייווער פאר א חיידר: גוט באצאלונג, א באקוועמע וואן גרינגע וועגן ,07824668771 | פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי קִרְבַת אֱלֹקִים לִי טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון?
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימען בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו matam...@gmail.com | השבת אבידה: I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456
found Mishnayes a few yrs ago in Holidays with family Hertzke in Wales it is a meiras einayim meniked Nushim Nezikin with bartenure & toisfes yom tov
07971 094956 | שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away, און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם. | Receive our daily luach via WhatsApp | |
|
|
|