אמעריקע און איראן טוישן אויס פרישע אטאקעס און באמבארדירונגען
מיטל מזרח – אמעריקע און איראן האבן שבת אויסגעטוישט פרישע אטאקעס, ווען איראן האט ווידעראמאל אטאקירט א שיף אינעם הארמוז וואסער וועג, און אמעריקע האט דערויף רעאגירט מיט'ן באמבארדירן איראנער מיליטערישע איינריכטונגען.
איראן איז נישט שולדיג געבליבן און האט אויפדערנאכט אנגעהויבן א רונדע באליסטישע מיסיל אטאקעס אויף באכרעין, די יונייטעד אראב עמירעיטס, און אויך אויף אמעריקע'ס סטראטעגישע לופט באזע אין קאטאר. באזונדער האבן זיי אטאקירט נאך א שיף.
דאס איז געקומען נאך וואס פּרעזידענט טראמפּ האט פרייטאג געזאגט אז די פאראייניגטע שטאטן וועט פארזעצן מיט די געשפּרעכן מיט איראן, אבער האט קלארגעשטעלט אז דער פייער אפּשטעל צושטאנד איז דערנאך אינאיינעם מיט'ן מעמאראנדום.
טראמפּ'ס קאמענטארן זענען געקומען טראץ וואס דיפּלאמאטן און באאמטע פון עגיפּטן און קאטאר האבן אנגעהויבן לייגן פרישע דרוק אויף ביידע זייטן פונעם קאנפליקט אז מען זאל מאכן דיפּלאמאטיע פאר א פּריאריטעט און פירן געשפּרעכן.
אבער די איראנער האבן אפּגעלאכט פון טראמפּ'ס מעסעדזש. סאאיד מוכאמעד מאראנדי, אן איינפלוסרייכער איראנער, האט געשריבן: "איגנאריר טראמפּ. ס'וועלן נישט זיין קיין געשפּרעכן ביז דער טראמפּ רעזשים פאלגט אויס אירע פארפליכטונגען". | טראמפ'ס עזה שלום-היטער גרופע צעפאלט
עזה – פּרעזידענט טראמפּ'ס גרויסע שלום פּלאן פאר עזה האט פאראויסגעזען א ספּעציעלע קראפט פון צוואנציג טויזנט אינטערנאציאנאלע טרופּן וואס וועלן דינען אלס שלום-היטער, אבער באאמטע ערווארטן אצינד אנצוהייבן מיט א מינימאלע נישטיגע צאל פון 10 ביז 20 מאראקאנער
טרופּן, און זיי וועלן ערשט אנקומען קיין עזה אין עטליכע מאנאטן ארום. זיי וועלן זיך קודם טרענירן דורך מדינת ישראל, בעפאר'ן אנהייבן געצוימטע אפּעראציעס אין עזה זעלבסט. | רייענעיר פליגער עמורדזשענסי מיט פענסטער
גריכנלאנד – א באואינג-737 פליגער פון דער "רייענעיר" לופטליניע האט געמאכט פרייטאג אן עמורדזשענסי לאנדונג אין גריכנלאנד, נאכדעם וואס א פענסטער אין דער פּאסאזשירן-קאבינע האט זיך אפּגעריסן קורצליך נאכ'ן זיך הייבן. אן 61 יעריגער פּאסאזשיר וועלכער איז געזעסן
נעבן דעם פענסטער איז פארוואונדעט געווארן, נאכ'ן ווערן כמעט אינגאנצן ארויסגעשלעפּט פונעם פליגער. דער פליגער האט זיך צוריקגעקערט צו דער ערד נאכ'ן שוין זיין זעכצן טויזנט פוס אין דער לופטן. | כינע פאבריק פייער צייגט גרויסע פראבלעמען
כינע – א פייער אין א שיך פאבריק אין דזשינדזשיאנג, כינע האט אומגעברענגט אמווייניגסטנס 28 מענטשן און האט ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך די אנגייענדיגע ערנסטע אינדוסטריעלע זיכערהייט ריזיקעס לענגאויס כינע, טראץ וואס די רעגירונג האט געמאכט פארבעסערונגען
אין ארבעטס-פלאץ אומשטענדן און אין פאבריקן אין די לעצטערע יארן נאכ'ן קומען אונטער אומגעהויערע אינטערנאציאנאלע דרוק דערוועגן. | אידישע געמיינדע אין שטאט דאנציג בויט זיך צוריק
פוילן – אמאל איז די שטאט דאנציג אין פוילן געווען דער היים פאר בערך צען טויזנט אידן, אבער עס איז כמעט ווי אויסגעראטן געווארן אין לויף פונעם האלאקאוסט. היינט צוטאגס זענען פארהאן צווישן הונדערט ביז הונדערט פופציג אקטיווע מיטגלידער אין א באנייטער אידישער
קהילה וועלכע טוט צוריקבויען דאס אידישע לעבן. צווישן די אקטיוויטעטן איז דאס וואס זיי האבן רעסטאוורירט אן ארטיגע שוהל און אנגעהויבן אהערשטעלן רעליגיעזע סערוויסעס און פראגראמען. | 85'סטער יארטאג פון שוידערליכן יעדוואבנע פאגראם
אייראפע – פוילן האט אפגעצייכנט דעם 85'סטן יארטאג פון דעם 941' יעדוואבנע פאגראם וואו הונדערטער אידן זענען געווארן ברוטאל דערמארדעט דורך לאקאלע וועלכע האבן זיי אריינגעצוואונגען אין א שטאל און עס אונטערגעצונדן. דער פוילישער הויפט רב ר' מיכאל שודריך האט
אפעלירט פאר אחדות און צוזאמלעבן און פוילן'ס פרעמיער מיניסטער דאנאלד טאסק האט באצייכנט דעם פאגראם אלס א לעקציע פאר'ן פוילישן פאלק. העסליכע עקסטרעמיסטן האבן פראטעסטירט קעגן דער אפצייכענונג. | דעם דיקטאטור'ס זומער אקטיוויטעטן
פיאנגיענג – ווי עס זעט אויס איז נישטא קיין זומער קעמפ פאר'ן צפון קארעא דיקטאטור... סאטעליט בילדער צייגן אז קים יאנג אן האט אנגעהויבן דעם זומער א ספעציעלע פראיעקט צו רענאווירן זיינע פאלאצן און רייכע וואוינערטער. אינדערצייט וואס די רעזשים מידיא מאלט
אראפ פאר די באפעלקערונג אז קים טוט מיטטיילן די שוועריגקייטן וואס דאס פאלק מאכט מיט, צייגן אבער די סאטעליט בילדער אז ער טוט יעצט רענאווירן מינימום 9 פון זיינע לוקסוריעזע הייזער, אריינגערעכנט עטליכע מיט רייכע שווים-באסיינען, פריוואטע טייכן, יאכט
שיפן און נאך. | היסטארישע זיצונג אפגעהאלטן צווישן חרדישע עסקנים און מיטגלידער פונעם בריטישן פארלאמענט
צום ערשטן מאל אין די בריטישע היסטאריע, האבן פארלאמענט מיטגלידער פון לאנדאן, מאנטשעסטער, געיטסהעד, וועסטקליף און אנדערע שטעט וואו עס געפינען זיך חרדישע קהילות, זיך געטראפן אינעם "האוז אף קאמאנס" מיט חרדישע עסקנים פון איבערן גאנצן לאנד, ביי א וויכטיגע
זיצונג וואס איז ארגאניזירט געווארן דורך די "אינטערלינק" ארגאניזאציע.
די עסקנים האבן אויפגעברענגט א רייע דרינגענדע קהילה-ענינים, אריינגערעכנט די מעגליכקייט פאר "הצלה" וואלונטירן צו קענען נוצן בלויע לייטס און סיירענס ווען זיי פארן צו עמערדזשענסי קאלס, א זאך וואס לויט די היינטיגע רעגולאציעס איז בלויז ערלויבט פאר NHS
רעספאנדערס. ווי אויך איז אויפגעברענגט געווארן די נושא פון רעגירונג-פאנדינג פאר שומרים; ביז היינט באקומט בעיקר די נישט היימישע CST ארגאניזאציע רעגירונג-פאנדינג, בעת וואס שומרים האבן נישט געהאט קיין צוטריט דערצו. די פארלאמענט-מיטגלידער האבן זיך
פארפליכטעט ווייטער צו ארבעטן מיט דער רעגירונג, כדי צו זען וויאזוי שומרים זאל אויך קענען באקומען די נויטיגע פאנדינג.
צווישן די אנדערע ענינים וואס זענען אויפגעברענגט געווארן, איז געווען דער שרעקליכער בזיון המת וואס קומט פאר כסדר אין לאנדאן, און די שוועריגקייטן וואס דער טרויעריג-בארימטער קאראנער האט שוין אזוי אפט פאראורזאכט פאר אידישע משפחות. איינע פון די עצות
וואס איז פארגעשלאגן געווארן, איז איינצושטעלן אן "אאוט-אוו-אווערס סערוויס", כדי אז ווען עס מאכט זיך א פראבלעם ביינאכט אדער איבער א וויקענד, זאל מען זיך קענען ווענדן צו אן אנדערן קאראנער אין א צווייטן געגנט וואס זאל קענען באהאנדלען דעם פאל.
דער הויפט נושא וואס איז אויפגעברענגט געווארן איז געווען די שרעקליכע גזירות החינוך וואס בוזשעוועט לעצטנס, ווען די רעגירונג פרובירט ארויפצוצווינגען לימודים אסורים אויף די הייליגע מוסדות התורה. אונטער דער נייער לעיבאר רעגירונג האט זיך דער מצב נאך
מער פארערגערט, זיי סטראשען שוין אפן צו פארמאכן מוסדות וועלכע ווילן זיך נישט בייגן צו זייערע פאדערונגען.
די עסקנים פון “חינוך יו־קעי” האבן שטארק ארויסגעברענגט די לעגאלע עוולות און דעם אומדערהערטן דרוק וואס ווערט געלייגט אויפ'ן חרדישן חינוך. זיי האבן ארויסגעברענגט די קלארע לעגאלע "עדווייס" אז די גאנצע וועג וויאזוי די רעגירונג טייטשט אויס דעם געזעץ
איז פשוט נישט ריכטיג. לויט'ן אמת'ן געזעץ דארפן די מוסדות התורה בכלל נישט לערנען די אלע לימודים אסורים; ס'איז בלויז א פארקרומטע אויסטייטשונג וואס דער "דעפארטמענט אוו עדיוקעישאן" און אפסטעד פרובירט מיט געוואלד ארויפצואווארפן אויף די מוסדות.
איינער פון די רעגירונג מיניסטארן וואס זענען דארט געווען האט זיך אנגערופן, אז ס'וואלט געווען א שרעקליכע זאך אויב דער איינציגסטער וועג פאר ערליכע אידן צו קענען בלייבן וואוינען אין ענגלאנד וועט זיין דורך שיקן די קינדער קיין בעלגיע כדי זיי צו קענען
מחנך זיין על טהרת הקודש. אזוי אויך האט דער פארלאמענט מיטגליד קריסטיאן וועיקפארד שטארק ארויסגעברענגט זיין שטיצע פאר די ישיבות און היימישע מוסדות, זאגנדיג אז אידן מוזן קענען ווייטער וואוינען רואיג אין ענגלאנד און מחנך זיין די קינדער על טהרת הקודש
אן קיין שום שטערונגען אדער גזירות מצד די רעגירונג.
די אסיפה איז פארגעקומען אין א באזונדערע פאליטישע צייט, ווען דער יעצטיגער פריים מיניסטער פון ענגלאנד, קיר סטארמער גרייט זיך איבערצוגעבן די לייצעס פון די רעגירונג פאר ענדי בערנהעם, דער לאנג-יעריגער מעיאר פון גרעיטער מאנטשעסטער, וועלכער איז גוט באקאנט
ביים היימישן ציבור דארט. צווישן די באטייליגטע איז געווען קריסטיאן וועיקפארד, וועלכער איז באקאנט אלס א שטארקער שטיצער פאר די היימישע מוסדות און ישיבות. עס גייען ארום שמועות אז ער קען מעגליך באקומען א הויפט אמט אינעם דעפארטמענט אוו עדיוקעישאן אונטער
די קומענדיגע רעגירונג, אבער דערווייל איז דאס נאכנישט אפיציעל באשטעטיגט געווארן.
די פארלאמענט מיטגלידער האבן אויסגעדריגט א שטארקע שטיצע פאר חינוך על טהרת הקודש, און האבן צוגעזאגט צו לייגן דרוק אויפ'ן דעפארטמענט אוו עדיוקעישאן, כדי מ'זאל נישט פארמאכן די היימישע מוסדות אין ענגלאנד. צווישן די באטייליגטע זענען געווען דער טרעזשורי
מיניסטער, דער יוסטיץ מיניסטער, דער דעפיוטי פריים מיניסטער, דער רעגירונג-וויפ, און נאך אנדערע פארלאמענט מיטגלידער מיט א שטארקע השפעה אין די רעגירונג. עס בלייבט נאר איבער צו האפן אז די שטארקע דיבורים וועלן טאקע נאכגעפאלגט ווערן מיט ממשות'דיגע שריט
להצלת החינוך.
| האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד? שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם off...@luachhayom.com T&C Apply |
|
| |
North Manchester Circular | |
| | |
|
|
| |
Manchester Jewish Advertiser | |
| | |
|
|
| |
Gateshead Kehilla Advertiser | |
| | |
| | | |
!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך | Toyota Avensis Verso-7 seater for sale, 116,000 miles, 05 plate, manual, price £975 Call 07443032376
ספר אור השם תיקוני ארי ז"ל איז דא צו באקומען אין מסורה ספרים געשפעט אדער אין אימייל
A15853...@gmail.com
For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696
KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
:FOR SALE - Antill Road Area 2 Bedroom flat ground floor, separate kitchen / diner, Long lease £320,000, please call 07930 460114 and leave a message. | Manchester Holiday let: 2 bed sleep 4+ cot in water park rd. for good price call 07909-263-383
4 bedroom apartment to rent in Osbaldeston available now for a few months only (clear exit plans required) - 07504648790
Stunning 2 bedroom sleeps 4-6 in Galtür Austria for 8 nights 02/08 -10/08 £2,300 call 07460-425-142
2 houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3 combined,
please call/ text 07311808429 email kosherbo...@gmail.com
Desks in shared Office Available in cazenove area call or text 07901939961
Newly constructed 3-bedroom apartment available immediately for a short-term let. Dunsmore Road (Prime Location) Features: Brand-new build, private balcony, 2 WCs. Terms: DSS welcome. Discounted rate available for non-DSS tenancies. Inquiries & Viewings:
Holiday House Matchmakers Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234 | JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY | א היימישע מוסד זוכט א ווען דרייווער - גרינגע וועגען - גאר גוט באצאלט רופט 07974-936-390
Kingswear: Looking for a worker afternoon hours to start immediately
Please email Jobof...@gmail.com
Or text to 07359586107
ווערט געזוכט: א מלמד צו ארבעטן פארמיטאג אין כתה א' אנהייבן חודש אלול הבעל"ט. ביטע לאזט א הודעה אויף (שלוחה 1) 02036331154 מיט איירע פרטים (איירע נאמען,טלפון נומבער און ערפארונג,)
א היימישע מוסד דא אין שטאט זוכט א Secretary פאר א גאנצע טאג (8 שעה), דער פאסיגע קאנדידאט דארף קענען רעדן און דריקן יודיש און ענגליש. ער דארף האבען Basic computer skills. ער דארף קענען האנדלען מיט מלמדים, קינדער און עלטערן. פאר אינטערסירטע, ביטע רופט 07345840293 | געזוכט צו דינגען א 4 צימערדיגע הויז פאר א 1 אדער צווי מיט א EXIT PLAN - No DSS
0784-686-5987
געזוכט א וואן דרייווער פאר א חיידר: גוט באצאלונג, א באקוועמע וואן גרינגע וועגן ,07824668771 | פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי קִרְבַת אֱלֹקִים לִי טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון?
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימען בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו matam...@gmail.com | השבת אבידה: I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456
found Mishnayes a few yrs ago in Holidays with family Hertzke in Wales it is a meiras einayim meniked Nushim Nezikin with bartenure & toisfes yom tov
07971 094956 | שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away, און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם. | Receive our daily luach via WhatsApp | |
|
|
|